
צוליב היסטאָרישע און רעלעגיעזע סיבות האָבן די אָפּבילדנדיקע קונסטן בײַ ייִדן (אַחוץ דער דעקאָראַטיװ־פּראַקטישער קונסט) נישט אַזאַ לאַנגיאָריקע טראַדיציע, ווי אַנדערע קונסט־זשאַנערס.
פֿאַר דעם גרעסטן ייִדישן קינסטלער רעכנט זיך מאַרק שאַגאַל, וועלכער האָט בילדעריש באַזונגען און פֿאַראייביקט דאָס פֿאַרשוווּנדענע מזרח־אייראָפּעיִשע שטעטל. זעט אַרטיקלען אויף העברעיִש און אויף ענגליש.
פֿאַר דעם גרעסטן ייִדישן סקולפּטאָר רעכנט זיך מאַרק אַנטאָקאָלסקי; זעט אַרטיקלען אויף העברעיִש און אויף ענגליש, ווי אויך דעם דאָקומענטאַלן פֿילם.
אַנדערע בולטע קינסטלערס
נתן אַלטמאַן (זעט אַרטיקלען אויף ענגליש און אויף רוסיש);
יאַנקל אַדלער (זעט אַרטיקל אויף העברעיִש און דעם דאָקומענטאַלן פֿילם);
משה בערנשטײן (איז אויך געווען אַ דיכטער);
מענדל גאָרשמאַן – אילוסטראַטאָר פֿון שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים אַ"אַנד (זעט אַרטיקל אויף רוסיש און זײַנע ווערק);
הערש אינגער – אילוסטראַטאָר פֿון שלום־עליכמס ביכער (זעט אַרטיקלען אויף ייִדיש און אויף רוסיש).
עס איז וויכטיק צו דערמאָנען די קינסטלערס - מיטגלידער פֿון דער "קולטור־ליגע", ראשית־כּל ישׂשׂכר־בער ריבאַק (זעט אַרטיקל אויף העברעיִש און דאָקומענטאַלן פֿילם).
לייענט אויך:
ב. קאָטלערמאַנס אַרטיקל אויף העברעיִש וועגן דעם ייִדישן "אַוואַנגאַרד" נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע;
י. מאַטווייעווס אַרטיקל אויף ייִדיש "די נבֿיאישע קונסט"
זאַמלונגען און גאַלעריעס
קאָמפּיוטעריזירטע גאַלעריע בײַ ייִוו"אָ
קאָמפּיוטעריזירטע גאַלעריע בײַ דאָרע טייטלבוימס צענטער