seker

נייַעס

2.10.2023  דערציילערס־פֿעסטיוואַל אין גבֿעתיים דעם 2.10.2023, מאָנטיק, 16:00 אַ זייגער, וועט אינעם גבֿעתיימער טעאַטער פֿאָרקומען דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון די דערציילערס. צווישן...
27.9.2023 - אָוונט פֿונעם פֿרײַען רײדן אויף ייִדיש מיטוואָך, דעם 27סטן סעפּטעמבער 2023, 17:00 אַ זייגער, אָרגאַניזירט דער תל־אביבער ייִדישער קולטור־צענטער...
ורד קופּל פֿירט ייִדיש־קורסן אין רמת־גן ורד קופּל, די ייִדיש־לעקטאָרין פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, אונטערריכט די שפּראַך אויך אין דרײַ קלובן אין...
22.10.2023 קאָנצערט פֿון רבֿקה און חן בר אין הרצליה זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער 2023, 16:30 אַ זייגער, אין דעם הרצליהר פּענסיאָנערן־קלוב (סירקין־גאַס, 6) וועט...
19.10.2023 בעטי קליין זינגט אין ירושלים דאָנערשטיק, דעם 19טן אָקטאָבער 2023, 11:00 אַ זייגער, וועט אינעם ירושלימער קהילה־צענטער "גינות־העיר" (עמק־רפֿאים־גאַס...
17.10.2023 קאָנצערט פֿון מיכאל גײַסינסקי אין אלקנה דינסטיק, דעם 17טן אָקטאָבער 2023, 20:00 אַ זייגער, אינעם ייִשובֿ אלקנה אין שומרון, אינעם קלוב...
31.8.2023 קאָנצערט פֿון אַנאַטאָלי ליין אין אשקלון דאָנערשטיק, דעם 31סטן אויגוסט 2023, 15:00 אַ זייגער, אינעם נײַעם ייִשובֿ ייִדיש־קלוב אין אשקלון (הפּורצים־גאַס, 9) װעט פֿאָרקומען...
אויגוסט-סעפּטעמבער אין ירושלים: אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם יובֿל פֿון דער פֿאָרשטעלונג הדיבוק מיר לאַדן אײַך אײַן אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער פֿאָרשטעלונג "הדיבוק" אינעם טעאַטער "הבימה"....

קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר

לייענזאַל

olam kria

װירטועלע קלאַװיאַטור


klaviatura

 


פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן אויף דער וועלט געלעבט אַן ערך 11 מיליאָן ייִדיש־רעדערס, דאָס הייסט בערך 60 פּראָצענט פֿונעם כּלל־ייִדנטום (‏לויטן בוך פֿון ערן כּץ "סוד המוח היהודי", פֿאַרלאַג "מודן", 2003, זײַט 262).

דער דעמאָגראַפֿישער מצבֿ פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה איבער דער וועלט אינעם 1932־סטן יאָר ווערט באַשריבן אין דער ייִדישער אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיעייִדישער אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע.

אין מיטן 20־סטן יאָרהונדערט האָט זיך די צאָל ייִדיש־רעדערסבאַדײַטנדיק פֿאַרקלענערט. דערצו זענען געווען אַ ריי סיבות:

- אומקום פֿון עטלעכע מיליאָנען ייִדיש־רעדערס בעתן חורבן;

- באַדריקונג פֿון ייִדן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דער עיקר אין סטאַלינס תּקופֿה;

- גרױסע אַסימילאַציע;

- אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט תּחילת געהאַלטן ייִדיש פֿאַרן קאָנקורענט פֿון העברעיִש און באַגרענעצט איר באַנוץ.

אָבער אין די 80־ער יאָרן האָט ייִדיש ווידער אָנגעהויבן דערוועקן אינטערעס בײַ ייִנגערע דורות, נישט בלויז אין חרדישע קרײַזן.

הײַנט צו טאָג זײַנען אויף דער וועלט פֿאַראַן אַן ערך 2 מיליאָן ייִדיש־רעדערס, אײַנשליסנדיק עטלעכע הונדערטער טויזנט אין ישׂראל (מערסטנס אין ירושלים, תּל־אבֿיבֿ און בני־ברק) און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (מערסטנס אין ניו־יאָרק און אומגעגנט)‏. זעט די פּרטים בנוגע די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

נישט ווייניק ייִדיש־רעדערס לעבן אויך אין אייראָפּע (ענגלאַנד – מערסטנס אין לאָנדאָן, פֿראַנקרײַך – מערסטנס אין פּאַריז, בעלגיע – מערסטנס אין אַנטווערפּען, רוסלאַנד – מערסטנס אין מאָסקווע און סאַנקט־פּעטערבורג); אין לאַטײַן־אַמעריקע (אַרגענטינע – מערסטנס אין בוענאָס־אײַרעס, מעקסיקע – מערסטנס אין מעקסיקאָ־סיטי); און אין אויסטראַליע (מערסטנס אין מעלבורן).

לייענט אויך דעם אַרטיקל אויף ענגליש אַרטיקל אויף ענגליש.