
לויט דער מיינונג פֿונעם פּראָפֿעסאָר מאַקס װײַנרײַך, איז די ייִדישע שפּראַך אַנטשטאַנען אינעם 10טן יאָרהונדערט אויף דער טעריטאָריע פֿון איצטיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד, לענגויס דעם טײַך רײַן און דער הײַנטיקער פֿראַנצייזישער גרענעץ.
אין דער קלאַסישער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג טיילט מען אויס דרײַ עיקרדיקע היסטאָרישע עטאַפּן:
1. אַלט־ייִדיש (10 - 12 יאָרהונדערטער),
2. מיטלעלטער־ייִדיש (13 - 16 יאָרהונדערטער),
3. נײַ־ייִדיש (17 - 20 יאָרהונדערטער).
הײַנט צו טאָג וואָלט עס געפּאַסט צו רעדן וועגן דעם פֿערטן עטאַפּ: דאָס מאָדערנע ייִדיש.
טשערנאָוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ (1908) האָט דערקלערט ייִדיש פֿאַר די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק (אַרטיקל אויף העברעיִש, די רעדעס, מאַטעריאַלן פֿונעם אינסטיטוט "יד ושם")
ייִדיש האָט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס (באַגלײַך מיט רוסיש) אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן (דרום־מזרח־רוסלאַנד), הגם דאָרט זענען נאָר געבליבן אַן ערך 2 טויזנט ייִדן. צווישן צוויי וועלט־מלחמות האָט ייִדיש געהאַט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס אויך אין אייניקע ראַיאָנען פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד.
פֿאַר די בולטע פֿאָרשערס פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדיש רעכענען זיך, צווישן אַנדערע, די פּראָפֿעסאָרן חווה טורניאַנסקי, חנא שמערוק און שמעון נויבערג.
לייענט דאָס בוך "די אַנטשטייונג און אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך" פֿון בן-ציון רובשטיין.
נאָך מאַטעריאַלן אויף דער טעמע: